ערשטער אייראָפּעיִשער ייִדיש־מאַראַטאָן
פֿונעם 28סטן דעצעמבער 2018 ביזן 3טן יאַנואַר 2019

Ir farshteyt yidish, ober hot shverikeytn tsu leyenen yidishe oysyes ? Do kent ir leyenen vegn dem Yidish-maraton oyf transliteratsye.

פֿונעם 28סטן דעצעמבער 2018 ביזן 3טן יאַנואַר 2019 אָרגאַניזירט דער פּאַריזער ייִדיש־צענטער בשותּפֿות מיט .othermusic e. V די ערשטע אייראָפּעיִשע ייִדיש־וואָך, לויטן מאָדעל פֿון דער לאַנגיאָריקער אַמעריקאַנער אונטערנעמונג. עס וועט זײַן אַ געלעגנהייט צו פֿאַרברענגען אַ וואָך וואַקאַציעס מיט ייִדישיסטן פֿון פֿאַרשיידענע לענדער, וואָס וועלן זיך אַלע צונויפֿקומען אויף איין וואָך אין גריכנלאַנד. דער ציל איז נאָר הנאה צו האָבן און זיך אויסרוען – אויף ייִדיש !

יעדן טאָג וועט מען האָבן עטלעכע אַקטיוויטעטן וואָס מע וועט קענען אָנטייל נעמען אין זיי אויב מע וויל – אַניט וועט מען אויך קענען שפּאַצירן אויפֿן ברעג ים צי אין שטעטל, מאַכן עקסקורסיעס מיט אַנדערע ייִדישיסטן אין דער שיינער געגנט אָדער סתּם זיצן מיט חבֿרים און כאַפּן אַ שמועס (אויף ייִדיש אַוודאי !).

די אַקטיוויטעטן־פּראָגראַם וועט מען שאַפֿן צוזאַמען מיט די אָנטייל־נעמער. יעדער איינער קען פֿאָרלייגן עפּעס – אַבי עס זאָל זײַן אויף ייִדיש (למשל – שפּילן, דיסקוסיעס, רעפֿעראַטן, וואַרשטאַטן אאַז״וו). דערצו וועלן מיר אָרגאַניזירן לכל־הפּחות איין בשותּפֿותדיקע עקסקורסיע צו אַ נאָענט אָרט.

יעדער מענטש וואָס רעדט ייִדיש קען קומען (אַפֿילו אָנהייבער), אַבי מע זאָל זײַן מסכּים צו רעדן נאָר אויף ייִדיש במשך פֿון דער וואָך אין אַלע עפֿנטלעכע ערטער און מיט אַלע אַנדערע אָנטייל־נעמער. קינדער אונטער 12 יאָר וואָס רעדן נישט קיין ייִדיש קענען אויך קומען.

וויפֿל וועט עס קאָסטן  ?

אין אַן איינצל־צימער – 470 אייראָס
אין אַ צימער פֿאַר 2 מענטשן – 350 אייראָס
אין אַ צימער פֿאַר 3 אָדער 4 מענטשן – 310 אייראָס
קינדער צווישן 6 און 12 יאָר – 140 אייראָס
קינדער אונטער 6 יאָר – בחינם

די פּרײַזן זענען פֿאַר איין מענטש און נעמען אַרײַן דעם האָטעל, פֿרישטיק און וועטשערע און אַלע אַקטיוויטעטן פֿון דעם ייִדיש־מאַראַטאָן. מיטאָג עסן און רײַזע־הוצאות זענען נישט אַרײַנגערעכנט (אַחוץ דעם מיטאָג עסן פֿונעם צווייטן טאָג, וואָס איז יאָ אַרײַנגערעכנט).

דער האָטעל וווּ מיר וועלן זײַן איז אַ פּשוט אײַנגענעם אָרט, ממש לעבן ברעג ים. דער נאָמען פֿון האָטעל איז סאַראָן, און דאָס איז זייער וועבזײַטל : http://saronhotel.gr/.

סטיפּענדיעס

דערווײַל האָבן מיר נישט קיין געלט אויף צו פֿינאַנסירן סטיפּענדיאַנטן, אָבער מיר ווילן שטאַרק דערמעגלעכן יונגע סטודענטן צו קומען, אַפֿילו אויב זיי האָבן נישט גענוג געלט.
אויב איר ווילט העלפֿן פֿינאַנסירן סטיפּענדיעס פֿאַר סטודענטן, קענט איר צוגעבן געלט בשעתן פֿאַרשרײַבן זיך אינעם וועבזײַל Helloasso.
איר קענט אונדז אויך דירעקט שרײַבן אויב איר ווילט געבן אַ צושטײַער.

זיך אײַנשרײַבן

דאָ קענט איר זיך אײַנשרײַבן : https://www.helloasso.com/associations/maison-de-la-culture-yiddish-bibliotheque-medem/evenements/-2.

פֿראַגעס ?

דאָ וועט איר געפֿינען מער פּרטים וועגן דעם ייִדיש־מאַראַטאָן.

אויב איר האָט ווײַטערדיקע פֿראַגעס קענט איר שרײַבן צו דער אַדרעס : marathon@yiddishweb.com.

די צאָל באַטייליקטע איז באַגרענעצט – פֿאַרשרײַבט זיך גיך  !

 


די‭ ‬פּראָגראַם‭ ‬איז‭ ‬אָרגאַניזירט‭ ‬געוואָרן‭ ‬דורך‭ ‬דעם‭ ‬פּאַריזער‭ ‬ייִדיש–צענטער‭ ‬‮–‬‭ ‬מעדעם–ביבליאָטעק‭ ‬און‭ ‬ייִדיש–ווײַמאַר‭, ‬מיט‭ ‬פֿינאַנציעלער‭ ‬אונטערשטיצונג‭ ‬פֿון‭ ‬דער‭ ‬פֿישמאַן‮–‬פֿונדאַציע‭ ‬פֿאַר‭ ‬ייִדישער‭ ‬קולטור‭. ‬דער‭ ‬אָרגאַניזאַציע–קאָמיטעט‭ ‬באַשטייט‭ ‬פֿון‭ ‬שרון‭ ‬בר–כּוכבֿא‭, ‬טל‭ ‬חבֿר–כיבאָווסקי‭, ‬רייזע‭ ‬טורנער‭, ‬וואַלענטינאַ‭ ‬פֿעדטשענקאָ‭, ‬און‭ ‬אַנדרעאַס‭ ‬שמיטגעס‭.‬

Cheap UGG Clearance Ugg Boots Clearance Ugg Boots Clearance Sale Ugg Boots Clearance Outlet Ugg Boots Clearance Sale Outlet UGG Boots Sale Clearance Cheap Clearance UGG Boots