דער ייִדישער טעם־טעם, אַ פּעריאָדיש בלעטל פֿאַר ייִדיש־לערנערס רעדאַגירט דורך שרון בר־כּוכבֿא, עוולין גרומבערג, רובי מאָנעט און נאַטאַליע קריניצקאַ, אונטער דער השגחה פֿון יצחק ניבאָרסקי, איז געגרינדט געוואָרן אין 1995 און דערשײַנט 5 מאָל אַ יאָר. דאָס בלעטל איז אין גאַנצן אויף ייִדיש און נעמט אַרום אַרטיקלען וועגן אַקטועלע ענינים און אַנדערע טעקסטן פֿאַרבונדענע מיט דער ייִדישער קולטור. שווערע ווערטער און גראַמאַטישע קאָנסטרוקציעס ווערן דערקלערט אויף פֿראַנצייזיש און ענגליש אין די פֿוסנאָטעס.

דעם ייִדישן טעם־טעם קען מען לייענען אויף אינטערנעץ אָדער אין דער פּאַפּיר־ווערסיע. די עלעקטראָנישע ווערסיע קען מען אָפּלאָדן אומזיסט אויפֿן וועבאָרט פֿונעם פּאַריזער ייִדיש־צענטער (אַלטע נומערן). די פּאַפּיר־ווערסיע קען מען קויפֿן אינעם פּאַריזער ייִדיש־צענטער צו 2,50 אייראָס אָדער אַבאָנירן.

צו פּובליקירן דעם ייִדישן טעם־טעם קריגן מיר אַן אונטערשטיצונג פֿון דער בנימין שעכטער־פֿונדאַציע.

abonnez-vous

Créé en 1995, rédigé par Sharon Bar-Kochva, Evelyne Grumberg, Natalia Krynicka et Rubye Monet sous la supervision de Yitskhok Niborski, Der yidisher tamtam est un magazine bimestriel destiné aux étudiants de yiddish. Rédigé intégralement en yiddish, il propose des articles culturels et d’actualité, accompagnés de notes en français et en anglais pour expliquer les mots difficiles et expliciter certains points de grammaire.

Il est disponible en version électronique ou en version sur papier. La version électronique peut être téléchargée gratuitement (anciens numéros) sur le site de la Maison de la culture yiddish.

La version sur papier est en vente à la Maison de la culture yiddish au prix de 2,5 € ou disponible sur abonnement.

La publication du Yidisher tamtam reçoit le soutien de la Binyumen Schaechter Foundation.

דער ייִדישער טעם־טעם איז אַן איין־און־איינציקע פּובליקאַציע אין גאַנצן געווידמעט ייִדיש־לערנערס, וואָס גייט אַרויס אָן פּראָפֿיט־צוועקן. מיר בעטן אויף אײַער אונטערשטיצונג !

20 יאָר טעם־טעם !

דעם 7טן נאָוועמבער 2015 האָבן מיר געפּראַוועט דעם 100סטן נומער און 20 יאָר טעם־טעם. דאָ אונטן קענט איר זען אַ קאָמישן פֿילם געמאַכט פֿון טל חבֿר־כיבאָווסקי, וואָס מע האָט געוויזן אויף דער שֹימחה, ווי אויך אַ פּאָר ווידעאָס פֿון דער פֿײַערונג.

Cheap UGG Clearance Ugg Boots Clearance Ugg Boots Clearance Sale Ugg Boots Clearance Outlet Ugg Boots Clearance Sale Outlet UGG Boots Sale Clearance Cheap Clearance UGG Boots